יום חמישי, 12 בנובמבר 2009

בית יואל פלאנט צו אפילן די לעצטע קארט פסק


היינט איז באריכטעט געווארן אין די רעקארד אז די רביצין שול מענטשן פלאנען צו אפילן די לעצטע קארט פסק פון אראנדש קאונטי ריכטער דשאסעף אוענס.

אינעם פסק האט דער דשאדש נישט נאכגעגעבן זייער פארלאנג צו צווינגען קהל צו צוריק עפענען די יוטיליטס, און ער האט ווידערערהאלט אז דער שול איז אומלעגאל און זיי מוזן עס שוין פארשליסן.

דערווייל איז דער שול נאכאלס אויף פריפיזארישע יוטיליטיס און האבן נאך נישט קיין פערמיט צו זיין א לעגאלע פובליק פלאץ.

יום שלישי, 10 בנובמבר 2009

קארט פסק איבער רביצין שול

דער דשאדש האט היינט ארויסגעגעבן א קורצע געשריבענע פסק, ווי ער זאגט גאר קורץ אז דער קעיס איז שוין לאנג פארשלאסן (DISPOSED), און ס'שוין לאנג פאריבער די מעגליכקייט פון נאך דן זיין איבער דעם קעיס. דער דשאדש לייגט צו אז ווי נאר ער האט ארויסגעגעבן דעם ארגינעלן פסק און נאכדעם פונעם אפעלאט קארט, איז דער קעיס פארשלאסן געווארן און מ'קען מער גארנישט פארלאנגען.

"זיי (ביידע צדדים) קוקן מיר אויס, צו זיין אונטער פאלשן גלויבן אז דער לאנג פארשלאסענער קעיס וועט אנגיין לעולם ועד אזוי לאנג זיי קריגן זיך צווישן זיך", שרייבט דער דשאדש.

די רביצין מענטשן האבן תובע געווען קהל אז זיי זאלן מוזן צוריק איינשטעלן די לעקטער און סוער, און קהל האט צוריק קאנטער-פארלאנגט אז דער קארט זאל דערקלערן די הויז אלס אן אומלעגאלער שול.

וואס אויף דעם זאגט דער דשאדש אז אויב ווילן די רביצין מענטשן עפעס פון קארט זאלן זיי קודם פאלגן די קלארע אומצווייזייטגער פסק פון די קארטס שוין צו פארשליסן די שול, וואס פונקציונירט קעגן די קלארע פסק פון די קארטס, און צו ביידע צדדים זאגט ער אז אויב זיי ווילן סיי וואס זאל מען עפענען א שפוגעל נייעם קעיס, נישט קיין המשך פון די ארגינעלע פארשלאסענע קעיס.

און ער פירט אויס. "דער קעיס בלייבט פארשלאסן."







יום שני, 9 בנובמבר 2009

פרישע אנטוויקלונגען איבער רביצין שול, פראטעסט, קארט

די ארונים האבן נעכטן אויפגעהאנגן א NO TRESPASSING סיין ביי די פארקינג לאט פון ביהמ"ד, ווי עס לויטעט אז נאר מעמבערס פון די שול מעג פארקן, ווארשיינליך טוען זיי דאס פאר א מיטל, אז די רביצין שול זאל נישט קענען באקומען די נויטיגע פערמיטס זאלן זיין לעגאל א שול, ווייל זיי האבן נישט קיין פארקינג, (אלע שטחים ארום די רביצין שול באלאנגט פאר די גרויסע ביהמ"ד).


אין קארט איז היינט נישט געווען קיין הירינג איבער די רביצין שול נאר דער דשאדש האט בלויז אנגענומען די ארגומענטן בכתב און ער גייט ארויסגעבן א פסק און די נונטע וואכן, אן קיין ארעל ארגומענטס.

דערווייל איז נאך אלס נישט צוריק איינגעשטעלט די לעקטער אין סוער, ס'לויפט נאך אלס אויף פריפיזארישע ווייערס און די סעפטיק טאנק.

כמעט 24 שעה א טאג דרייען זיך אויפן פארטש פון די רביצין שול מענטשן, ווארשיינליך צו היטן נישט צו טשעפען די פריפיזארישע סעפטיק טאנק און לעקטריק ווייערס.

דער לויער פון די ווילידש האט נאכאמאל געשיקט א בריוו פאר משה טענענבוים, דער אפציעלער שוק-יונג פון די רביצין שול מענטשן וואס פארלאנגט די פערמיט, אז זיי קענען נישט אפראווען קיין פראטעסט אויף ר' אהרנס גאס, ווייל ער האט נישט אויסגעפילט אלע פראגעס אויפן אפליקאציע בויגן, און נאך פילע סיבות, אז דער פלאץ איז נישט געאייגנט פאר אזא זאך, זיי ראטן אן עס צו מאכן אויפן זעלבן פלאץ ווי זיי מאכן אלס זייער סקול דיסטריקט פראטעסטן יעדן תשעה באב, אפאר גאסן אהין ציר.

טענעבוים האט צוריק געשיקט א קאנטער בריוו ווי ער באשולדיגט די ווילעדש פאר דיסקרימינאציע, ווייל אויפן זעלבן גאס ווי ר' אהרן וואוינט איז שוין פילע מאל געווען צאמקומענישן, וכדומה. ער האט רעדוצירט די נומער פון באטייליגער פון 1000 פערזאנען צוו 100-200 פערזאנען. און זיי ווילן עס מאכן פאר קומענדיגן זונטאג.

דער לאקאלער גויאישער צייטונג "טיימס העראלד רעקארד" טוט באריכטן די גאנצע סומאטכע, ווי יוסף וואלדמאן, פון די גאר פריע בני יואל היץ קעפ, איז דער איינציגער וועם זיי קוואטן.








בייק-לעין אימעיל פון משה דוד נידערמאן

פארעכטונג: לויט די קאמענטירער איז דער אימעיל פאלש און פארדרייט, דאס איז ארגינעל געשיקט געווארן פון אן ארבייטער פון די NYC DOT, נישט פון נידערמאן, מיט דאנק פארן אויסקלארן.

די פאלגענדע אימעיל האב איך באקומען, וואס קוקט אויס ווי א אימעיל וואס משה דוד נידערמאן פון UJO האט געשיקט דעם פרייטאג, איבער די איינשטעלונג פון פרישע בייק-לעינס אין וומ"ב.

איך נעם נישט אחריות אויף די קראנטקייט, אדרבא אויב איינער קען ביטע קלארשטעלן וואס דאס איז למצוה גדולה יחשב.


From: Rabbi David Niederman dniederman@unitedjewiah.org
Friday, Nov 6, 2009, 03:40:08 PM

Subject: Bike Lane Installations

Good morning. I wanted to inform you of the installation of bike lanes at two locations.

*Kent Avenue – Clymer Street to Williamsburg Street West

*Installation of north bound bicycle route on the west sidewalk

*Williamsburg Street West – Kent Avenue to Flushing Avenue

*We will be closing the western most travel lane to vehicles

*Installation of jersey barriers along the west ravel lane to create a protected bike path

If you have any questions please let me know.

Thanks.
David Niederman

הסבר אויפן נאמען פונעם בלאג "האַלאָ!"

דער נאמען פונעם בלאג האט א גאר גאר טיפער באדייט, און טוט אפשפיגלען סיי דער כאראקטער און סיי דער אינהאלט פון דעם בלאג, עס איז נישט אבי אזוי ארויפגעשווימען מיין מוח, אזוי כאַפּלאַפּ (הממ...פון ווי קומט דער ווארט, מילא כאפ אבער לאפ וואס איז דאס? עניוועי דאס איז פאר אנדערן געלעגנהייט), נאר מיט גרויס שיכול הדעת האב איך בוחר געווען דעם נאמען ווייל דוקא נאר דער נאמען איז פאסיג פאר אזא סארט פורום.

ראשית, פאר איך נעמעך איבערן עצם ווארט וויל איך סתם אזוי זאגן אז ס'דא וואס קענען אפשר קלערן אז א נאמען פון א סייט קענן נישט זיין אזא קורצע איין ווארט, ס'קלינגט עפעס נישט, וויל איך שוין זאגן, הייבצעך נישט אן גיב א קוק אויפן פאפלורן סייט YAHOO!, הוי ווי ס'קלינגט, דאס איז נאר אגב.

יעצט לאמיר זיך אביסל קאנצעטרירן אויף דעם ווארט האלא, דער ווארט האלא איז א גאר איינגעגלידערטע נויטיגער ווארט אין אלגעמיינע שמועסן און פלוידערייען צווישן ניו יארקע חסידישע אינגעלייט, ווען איינער זאגט דער ווארט האלא, איז עס צו כאפן דעם צד שכנגד'ס אויפמערקזאמקייט, אבער נישט סתם אזוי, נאר א פראוו צו איבערנעמען די אויבערהאנט און א דעבאטע, דאס האט עפעס א קראפט אז דער חבר ווערט אביסל נכנע און לאזט זיך הערן, אדער ווען איינער וויל אז מ'זאל זיך רוקן אין א זייט פאר איהם, אבער גאר שנעל, איז נישטא קיין בעסערס ווארט ווי דעם.

עס מוז אויך צוגעגעבן ווערן אז דער עיקר חלק וואס געבט אזא קראפט פאר די ווארט איז די פַּתֲח פון די האלא, אן דעם איז עס א טויטע ווארט, און עס מוז אויך געזאגט ווערן בהרמת קול און אטאריטעטיוו, דעריבער האט עס אן (!) עקסקלעמישן מארק.

צוליב די אלע סיבות, וואס דער ווארט איז א שטארקע ניו יארקער חסידישער ווארט, דייקא פאר יידיש רעדנדיגע, און דייקא אין קעזשועל פלוידערייען, וואס דאס פונקטליך כאראקטיזירט, די שרייבער, אודיענץ, און תוכן פון דעם בלאג איז נישטא קיין פאסיגער נאמען ווי האַלאָ!

האַלאָ!


יום ראשון, 8 בנובמבר 2009

א גריס אייך פון די נייע זאלי ביה"ח

דעם פרייטיג בין איך געווען און קרית יואל, האב איך באזוכט (אלס נייגער) די נייע זאלי ביה"ח, וועל איך איבערגעבן א שטיקל בילד.

אנצוקומען צום ביה"ח מוז מען פארן דורך אן אנדערן ראוד ווי דער אלטער ביה"ח, ס'הייסט רעיוואד ראוד, מקען נישט אנקומען דורך די אלטע, אפי ס'לעבן דעם.

דער ביה"ח איז אויף 2 באזונדערע פראפערטיס, די 2 פראפעטיס האבן נאך פריוואטע הייזער אויף זיך, פארשטייט זיך אז מ'וואוינט שוין נישט דארט.

די 2 פראפערטיס האבן 2 באזונדערע גאר שיפע בארג-ארויף דרייוועיס, די שטח ארום די הייזער איז א וואלד, פיל מיט ביימער.

אויף איין פראפערטי ליגן 2 פרויען און אויפן אנדערן ליגן 2 מענער, און ערגעץ אינצווישן ליגט א יונג אינגל. דאס מיינט די מענער און פרויען ליגן אין באזונדערע שטחים אין מ'קומט אן דורך באזונדערע דרייוועיס

ווי טיפער אריין און די פראפערטי אלס נענטער צו די אלטע ביה"ח.

די פראפערטי ווי עס ליגן די מענער איז פאראלעל צום אלטן ביה"ח, די פרויען ביה"ח נישט, יענער פראפערטי איז פאראלעל מיט די ישיבה.

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דער חשבון איז, אבער דער ערשטער נפטר ר עוזיא' פערלשטיין ע"ה ליגט אזוי ממש הארט ביים דרייוו וועי היפש ווייט פונעם אלטען ביה"ח, ווייטער דער צווייטער נפטר, באנדא ע"ה ליגט היפש אריינציר גאנץ נונט פון די אלטע ביה"ח, זעהט אויס זיי פורמירן שוין א שטיקל אויוונאן און אונטן אן? איך ווייס נישט.

די פרויען האבן זיי געלייגט זייער נונט צום ראוד מ'זעהט די מציבות ווען מ'פארט דורך.

יום שישי, 6 בנובמבר 2009

נאך איינצעלהייט איבער די בורגער טראגעדיע

וואס פונקטליך האט פאסירט ווייסט קיינער נישט, די פרוי די כלה פארציילט אז פארטאגס האט דער חתן ע"ה זיך אפגערעדט אז די קאפ שווינדלט איהם און ס'איבלט איהם, איז ער ארויס אויף דעם קליינעם פארטש צו שעפן פרישע לופט, זי איז צוריק געגאנגען שלאפן און זי האט זיך הערשט אויפגעוועקט ווען די פאליציי האט געקלאפט אויפן טיר.

מ'שפעקולירט אז מעגליך האט איהם זייער געשווינדלט די קאפ און ער האט פארלוירן זיין באלאנס און איז אריבערגעפאלן די צוים, וואס איז נישט אזוי הויך.

(ס'מיטאמאל דא א קלער אז ס'זאל זיין א זעלבסטמארד, דער חתן איז געווען א באטעמטער גוט געלאנטער פערזאן, מיטאמאל קיין הוה אמינא.)

די פאטער פונעם נפטר שמואל בורגער איז א מומחה אין ניגוני מיט קינדער קווייערס ער האט געהאט ארויסגעגעבן קאסעטן "עמודי שיש". ער איז נישט קיין גרויסע פארמעגליכער אבער זייער א ארענטליכע משפחה. זיי גייען חתונה מאכן נאך א קינד און אפאר חדשים, א טאכטער א כלה, צו לאנגע יארן.

דער מחותן גוטמאן פון מאנסי זענען גאר גרויסע גבירים פון מאנסי, זיי זענען אין די סטיל ביזנעס.

די פארפאלק האט געוואוינט אין מאנסי, מיטוואך נאכט איז געווען שבע ברכות אין די פלאזא האטעל, און די פארפאלק איז איבערגעשלאפן אינעם האטעל, כדי נישט צו דארפן צוריקפארן אויף מאנסי שפעט ביינאכט.

דער פאטער ר' שמואל, א גאר איידעלער מענטש, איז אויך איבערגעשלאפן אין האטעל, ער איז אינדערפרי אויפגעשטאנען אין געגאנגען דאווענען, ער האט באמערקט אז עפעס טוט זיך מהומות אבער האט עס איגנארירט ווי ס'מיינט גארנישט איהם און זיך ווייטער געגאנגען און שול. ער האט נעבעך באקומען די נייעס אויפן סעל פאון און ביהמ"ד.

די לוי' גייט זיין פרייטיג אינדערפרי 11:30 ביי די טשאפעל אין בארא פארק ניו יוטרעק און 43 סטריט, (איך דענק נישט פונקטליך דער נאמען פונעם טשאפעל)

שרעקליך! שרעקליך!

יום חמישי, 5 בנובמבר 2009

וויכטיגע קלארשטעלונג בנוגע דעם בלאג

אזוי ווי טייל האבן באקומען א פאלשע איינדרוק איבער וואס מיין ציל איז דא שפיר איך פאר חויב צו עס קלארשטעלן

קודם כל וויל איך קלאר שטעלן, מ'זאל מיך גוט צו הערן, דער בלאג איז נישט געצילט צו אויסליפטערן קיין שום גאסיפס אדער שמוץ אויף פריוואטע אידישע מענטשן, דאס איז אזאך וואס אונטערסירט מיך נישט און איך וויל דאס נישט, דער סך הכל וואס איך ציל דא איז צו מאכן א כל בו פון אלע חסידישע פאליטיק נייעס אדער אנדערע חרדישע נייעם וואס איז פובליק און איך דו שמועסן דאס און בהימ"ד אדער מקוה.

די סיבה וואס האט מיר געטריבן צו מאכן דעם בלאג איז פשוט ווייל די אפציעלע צייטונגען ווי דער איד, בלאט, אדער המודיע, איז צו פאליטקעלי קארעקט און מאכן זיך טעמיש, למשל זיי קענען באריעכטן אסיפות און מסיבות וואס קינד און קייט אויפן גאס ווייסט אז עס ליגט אונטער דעם פאליטיק, דאך שרייבט מען מיט קאלארפולע אויסדרוקן ווי געהויבן און שיין ס'געווען, איך פיל ווי איך וויל שרייען "קאט די קרעפ!!" איך ווייס נישט צו סאיז דא איין ליינער וואס ווייסט נישט אז ס'ליגט פאליטיק אונטער דעם.

ווייטער היידפארק וואס שמועסט יא פאליטיק האט עס אבער א גרויסע פראבלעם, אז אלעס איז געשריבן מיט ספינס און סארקאסטיש, אן געפיקעוועט מיט פריוואטע קינדישע קריגערייען צווישן ניקס וואס מ'דארף ממש זיין א עקספיריענס היידפארק ליינער צו ארויסהאבן די טריקענע פאקטן.

ווייטער אידישע וועלט/היימישע קרעטשמע איז יא גאנץ גוט, אבער זיי לאזן נישט רעדן פאליטיק טראץ וואס איך בין בטוח אז אלע שרייבער דארט זענען בייעסד פארטייאישע מענטשן, אויסער די ראמען פון היימישע קרעטשמע זענען זיי אייגעטונקען טיף טיף און אלע חסידשע פאליטיק.

אשר ע"כ האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם בלאג וואס וועט בלויז איבערגעבן אלע נייעסער וואס געווענליך דארף מען זיך צו שארן צו א נייגעריגע קופקע און שול עס צו וויסן, וועט דער בלאג עס אויסשמועסן, אבער בלויז טריקענע פאקטן אן קיין ספינס.

איך שרייב דוקא זייער קעזשועל כלשון בני אדם, ווייל איך בין אויסדרוקליך נישט קיין נייעס אגענטור, דאס איז בלויז א פריוואטער בלאג ווי איך זאל מיך קענען אויסגעבען די תשעה קבין, דאס איז דער אפטייטש פון א בלאג, ס'קען אסאך מאל אויסקוקן ווי איך שרייב טראגעדישע נייעסער זייער קאלט, דאס איז נישט ווייל איך בין א קאלטער מענטש, אדרבא אין ביך א סענסיטיווער רחמנות'דיגער מענטש, דאס איז פשוט דער נאטור פון דעם בלאג צו שרייבן בקיצור צו שפארן צייט פון מיר און דיר.

צום שלוס: איך ווייס אז רוב אירע האלטן אז דער בלאג וועט נישט צולאנג אנהאלטן און עס וועט גאר אינגיכן אונטערגיין, אויף דעם האב איך צו זאגן איין זאך "איר זענט גערעכט" איך האלט אויך אז ס'גייט נישט צו לאנג אנהאלטן, אפשר גאר נאר ביז מארגן, איך ווייס נישט ווי לאנג איך וועל האבן נערוון דערצו, דערווייל ענדשויט עס ווילאנג ס'נאך דא!

א פלאקאט פון די פראטעסט קעגן ר' אהרן

א פלאקאט מיט גרויסע שרייעדיגע ווערטער וואס רופט צו פראטעסטירן קעגנאיבער ר' אהרנס רעזידענטס פאר די באשולדיגוגנ אז ר' אהרן טעראריזירט די רביצין שול מתפללים. קיין שום נאמען אדער ארגעניזאציע שרייבט זיך נישט אונטער, (חוץ דער נאמען משה טענעבוים וואס שרייבט אינטער די פערמיט פארלאנגען פון די קרית יואל ווילעדש)



חתן, מרדכי בערגער לרפו"ש פאלט אראפ 5 שטאק

איינער מרדכי בערגער א חתן 2 טאג נאך זיין חתונה איז געווען אין די פלאזא האטעל אין בארא פארק, ביי דער 13'טער עוועניו אום 47'סטער סטריט, איז היינט 7 אזייגער אינדערפרי אראפגעפאלן 5 שטאק ל"ע און איז אין א גאר קריטישן צושטאנד,

לויט טייל גאסן שמעוסן, האט ער געהאט געטרינקען אסאך אלקאהאל, און איז ארויסגשפרינגען.

אנדערע זאגן אז ס'שקר און סתם פלוידערייען, נאר דער חתן האט פשוט פרובירט צו פארמאכן די פענסטער, וואס איז געגאנגען אביסל שווערליך פון איווייניג און האט פרובירט פון אינדרויסן און דאן האט עס פאסירט,

אויך שמועסט מען אז ס'נישט דאס ערשטע מאל עס פאסירט דארט אין יענעם האטעל אזא טראגעדיע,

דער נאמען איז מרדכי בן עלקא.

די כלה איז איינער גוטמאן פון מאנסי דער פאטער הייסט שמואל בערגער.

פארוואס פונקטליך די פארפאלק איז געווען אין האטעל איז נישט באקאנט.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות!

יום רביעי, 4 בנובמבר 2009

משה טענענבוים שיקט צוריק אפליקאציע

דער פארשוין משה טענענבוים וואס האט פארלאנגט א פערמיט פון די קרית יואל ווילעדש, צו פראטעסטירן אין פארנט פון ר' אהרנס הויז האט צוריק געשיקט די אויסגעפילטע אפליקאציע פארן פערמיט, ער פארלאנגט אז ער וויל שוין מארגן אראנזשירן די פראטעסט. טענענבוים איז אן אומבאקאנטער פארשוין וואס ווארשיינליך איז ער בלויז דער שיק יונג פון אנדערע משלחים,

ס'דרייט זיך ארום א שמיעה אז אונטער דעם שטייט דער קאנטראווערסיעלער פארשוין, יוסף וואלדמאן, נישט קונפערמירט אויף 100%.















משה טענענבוים: נאמען וואס פארלאנגט פערמיט

די ווילידש האט צוריק געשיקט א בריוו פארן פארשוין משה טענענבוים פון 16 מירון דרייוו, וואס האט פארלאנגט אין א געשריבענע בריוו, א פערמיט צו פראטעסטירן קעגנאיבער ר' אהרןס רעזידענץ אין קרית יואל, דער טענעבוים שרייבט אונטער א א ארגענעזאציע "Committee fro The Victims of Kiryas Joel" ווי ער גיסט פעך אין שוועבל קעגן ר' אהרן, דוד עקשטיין די קהלה מיט די ווילעדש פארן טעראריזירן די רביצין שול מענטשן.

אינעם אנטווארט בריוו שרייבט דער ווילעדש אז אזוי לאנג טענעבוים וועט נישט צישטעלן פארן ווילעדש די נויטיגע פאפירן וואס פעלט זיך אויס לעגאל וועט דער ווילעדש נישט אין באטראכט נעמען דער פאלאנג.



נאך א ענליכער בריוו פון די ווילעדש פובליק סעיפטי דעפארטמענט


מעיאר וואלן: וומ"ב פאר טאמפסאן; בארא פארק פאר בלומבערג

אין די נעכטיגע מעיאר וואלן, וואס איז נישט געווען פארמישט אין קיין חסידישע פאליטיק, ווי בלומבערג איז אפציעל אינדארסירט געווארן דורך אלע מוסדות אין קהלות פון ברוקלין, איז אבער פארט געווען א שטילע ווינט צווישן די המון עם צו שטימען "קעגן" בלומבערג צוליב זיינע הויכע פארקינג טיקעטס שטראפן, העכערונג פון טעקסעס און אנולירן די טורם לימיטס אן קיין רעפערענדום.

אין 50'סטער אסעמבלי דיסטריקט וואס רעפרעזענטירט וומ"ב און גרינפוינט, האט טאמפסאן געהאט א שמאלע מערהייט איבער בלומבערג.

ווידער אין בארא פארק אין 48'סטער אסעמבלי דיסטריקט האט בלומבערג גאר שטארק געזיגט מיט איבער 70%.

קרית יואל: זאליס וועגן איבער געווינס פאר זייער קאנדידאט

אין קרית יואל איז פארגעקומען וואלן פאר פאזיציעס און די טאון אוו מאנרא רעגירונג,

די טאון אוו מאנרא נעמט אריין אין זיך קרית יואל, הערימאן און ווילעדש אוו מאנרא,

געווענליך זענען די קרית יואלע שטימעס מער ווי האלב פון אלע שטימעס פון די גאנצע טאון.

עס זענען געווען וואלן פאר די פאלגענדע פאזיציעס:

טאון סופערווייזער, דאס איז דער הויפט פיגור פון די טאון רעגירונג אזא גאטונג ווי דער מעיאר.
דער אמטירענדער קאנדידאט סענדי לענארד, א רעפובליקאנער פרוי, איז ווידער ערוויילט געווארן מיט די שטיצע פון אלע פארטייען אין קרית יואל.

טאון קאונסיל-לייט, (עס זענען דא 4), 2 רעפובליקאנער אמטירענדע קאנדידאטן זענען געשטאנען פאר ווידערערוויילונג, דאני וויקס מיט פיטער מארטין, ביידע האבן פארלוירן צו 2 דעמאקראטן טשאלאנדשערס, דשערארד מעקוועיד מיט ריטשערד קעלאון.
דא איז שוין געווען א חילוקי דעות צווישן די 2 פארטייען, די פרא ר"א האבן אינדארסירט צו ווידערערוויילן דאני וויקס, ווידער די אנטי ר"א האבן אינדארסירט קעלאון, (פארן צווייטן קאונסיל זיץ זענען ביידע געווען פאראייניגט אונטער מעקוועיד), למעשה האט דער אנטי ר"א קאנדידאט געווינען מיט קנאפע 300 שטימען, בערך 4% פון אלע שטימעס, נאר א דאנק די שטיצע פון די זאליס ושאר הקהלות.

און קרית יואל גופא האבן די ארונים געהאט בערך 60% פון אלע אפגעגעבענע שטימעס.

וואלן אינסטרוקציעס פון די ארונים



וואלן אינסטרוקציעס פון די זאליס ושאר אנטי ר"א קהלות




דער לאקאלער צייטונג "טיימס העראלד רעקארד" באריכט די דעמאקראטישע געווינס, און געבט די קרעדיט פאר קרית יואל בכלל אן שרייבן א ווארט אדער געבן אנערקענונג איבער א שפאלט אין קרית יואל זעלבסט, פון זייער ארטיקל זעהט זיך אויס כאילו קרית יואל האט נאך אלס איין בלאק וואוט, דהיינו די עסטעבלעשמענט ארונים און א דאנק זייער טויש האבן די אלטעגעזעסענע רעפובליקאנער פארלוירן

http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20091103/NEWS/911039957

יום שלישי, 3 בנובמבר 2009

צווייטער בריוו: געבט שוין א אימעיל אדרעס אבער נישט קיין נאמען

א צווייטער סטראשונג בריוו איז פובליצירט געווארן פון דעם אנאנימער פארשוין וואס פארלאנגט א פערמיט צו פראטעסטירן אין פארנט פון ר' אהרנ'ן רעזידענט אין קרית יואל, ער לייגט פאר פילע טענות קעגן ר' אהרן, דוד עקשטיין און דער ווילעדש, ווי ער טענה'ט אז זיי טוען אפ טעראר אקטן קעגן די מתפללים פון די רביצין שול. ער זאגט אז די פראטעסט איז אן עמערדשענסי און ער וועט נעמען לעגאלע שריט אויב מ'וועט נישט נאכגעבן זיינע פארלאנגען.

אנאנימער בריוו: זוכט צו פראטעסטירן פארנט פון ר' אהרנס הויז

א בריוו אונטער נאמען "Committee for the victims in Kiryas Joel" ווארשיינלעך אן אנאנימער ארגעניזאציע, וואס האט קיינמאל עקזיסטירט בעפאר, פארלאנגט פון די ווילעדש א פערמיט צו אראנזשירן א דעמאנסטראציע פארנט פון ר' אהרן'ס הויז אין קרית יואל, זיי זוכן צו אויפשטעלן הויכהילכערס און פראטעסיטרן קעגן די עוולות וואס ווערט געטאן לשיטתם, מיט דעם וואס קהל פירט אן זייער קאמפיין קעגן די רביצין שול.

קיין שום נאמען איז נישט אונטערגעשריבן און עס איז נישט באקאנט ווער עס שטייט אונטער דעם.

מעיאר וואלן אין ניו יארק נישט פארמישט אין חסידישע פאליטיק

די מעיאר וואלן אין ניו יארק, צווישן מייק בלומבערג און ביל טאמפסאן איז געבליבן אינדרויסן פון חסידישע פאליטיק, אלע פירערס האבן אפציעלע אינדארסירט מייקל בלומבערג פאר א דריטע טערמין.

אבער, ווי עס שיינט אין די פרומע בלאגס, ווי היידפארק און וואסאיזנייעס, איז דא א נייטראלע באוועגונג צווישן די היימישע המון עם צו וואטן קעגן בלומבערג און פאר זיין קעגענער טאמפסאן, צוליב די שטארק געהעכערטע פארקינג טיקעטס שטראפן אין הויכע טעקסעס.

קרית יואל וואלן ציטיילט אויף פארטיי ליניעס

(בילד: א געדינגענער שווארצער גוי פון די ארונים טיילט ארום פליגבלעטער צו שטימען פאר זייערע אינדאסירטע קאנדידאטן)

ווי עס שיינט איז די היינטיגע וואלן אין קרית יואל פאר טאון אוו מאנרא רעגירונג פאזיציעס ציטיילט צווישן די 2 קעגזיינטיגע צדדים אין קרית יואל, מצד אחד, חסידים פון ר' אהרן אינדארסירן די אמטירענדע רעפובליקאנע קאנדידאטן, ומצד השני, די אנטי ר' אהרן, בעיקר חסידי ר' זלמן לייב מיט בני יואל ושאר וקהלות, אינדאסירן די דעמאקראטן,
די דעמאקראטן האבן אויך די שטיצע פון די גויאישע שכנים אין מאנרא וואס דאס קען געבן א שטארקע שאנס פאר די אנטי ר' אהרן פראקציעס צו איבערוועגן די געווינס פאר די דעמאקראטן, אן דעם וואס זיי זאלן זיין דער רוב אין קרית יואל זעלבסט, דאס קען מעגליך זיין א שטארקע פאליטישער און מאראלישער געווינס פאר זיי.

די אנטי ר' אהרן שפילן שטארק אויף די לעצטיגע מערכה קעגן די רביצין שול, ווי זיי מאלן עס אפ אלס א המשך פון די טעראר וואס איז פארקומען אין די מ' און נ' יארן. זיי הענגן פלאקטן מיט בילדער פון די אלטע וואנדאליזם אין שלעגערייען צוזאמען מיט די לעציטיגע אקטיוויטעטן, אהער צישטעלן ווי עס איז דער זעלבער סארט מערכה, אין אזוי ערוועקן אלטע שלעכטע געפילן קעגן די פירערס פון קרית יואל וואס זענען אלע פרא ר' אהרן.

יום שני, 2 בנובמבר 2009

באשולדיגונג: דוד עקשטיין מסר'ט רביצין שול שמש

א אומבאשטעטיגטע באשולדיגונג איז פארשפרייט געווארן דורך די זאליס אז דוד עקשטיין, א קאנטראווערסיעלער פיגור צווישן די ארונים און איינע פון די ראשי הקהלה - אין זיין אנגייענגע קאמפיין קעגן די רביצין שול - האט אריינגעגעבן צו די אינסטאנצן א מסירה קעגן די שמש פון די רביצין שול אז ער פארקויפט וויין אין ליקער אן קיין ספעציעלער פערמיט, זיי געבן אן אז ער האט אריינגעשיקט א שליח צו כאפן בילדער.

דערווייל איז דער באשולדיגוגנ נישט באשטעטיגט און נישט קאראבאטירט.

זאליס שליסן אויס כולל זיבנבערגן אפיל פון זייער שול

דער קאנטראווערסיע האט זיך אנגעהויבן אפאר חדשים צוריק ווען די ארוינים האבן אדאפטירט א נייע פאלעסי אז סיי וועלכער מוסד וואס אנאנסירט אין דער איד, שליסן זיי אויס פון זייערע שולן, דער פאלעסי לויטעט אז דער מוסד וועט נישט קענען מער שנארן אדער לייגן פושקעס אין זייערע שולן, צוליב וואס זיי שטיצן א צייטונג וואס איז מבזה זייערע רבי פערזענליך אין זייערע עדיטארליעס. זיי האבן געשיקט ווארענונג בריוון צו אלע מוסדות וואס אטווערטייזן רעגלמעסיג אין דער איד.

אפאר וואכן צוריק האבן זיי מקיים פסק געווען מיט די מוסד כולל שומרי החומות אין ארויסגעווארפן זייערע פושקעס פון זייערע שולן און אויך פון די אוהל אין קרית יואל.

ווי עס שיינט האט כולל זיבנבערגן נאכגעגעבן די קאפריזן פון די ארוינים נישט צו אנאנסירן מער אין די צייטונג "דער איד", האבן די זאליס אלס נקמה בויקאטירט די קומענדיגע אפיל פאר די כולל זיבנבעגן לצדקת רמבעה"נ, זיי האבן פארבאטן הענגן פלאקאטן אין אויסרופן די אפיל אין זייערע שולן. די פושקעס קוקט נישט אויס אז זיי זאלן האבן ארויסגעווארפן דערווייל.

אלטע דאקומענטן תש"ס - משה גבאי, דער בלאט און רב טוב

גאר אינטערסאנטע דאקומעטן זענען היינט פובליצירט געווארן אויף היידפארק אינעם פורום כל העולם כולו אינטערן ניק רבי_יונה, פון א בריוו אויסטוישן צווישן משה גבאי און די אנגעגעבליכע הנהלה פון רב טוב, משנת תש"ס, גאנץ אנהויב פון סאטמארע מחלוקה.

דער ערשטער בריוו איז פון די הנהלת רב טוב צו משה גבאי ווי זיי געבן איבער זייער החלטה צו ווייטער עדווערטייזן אין דער בלאט, און פארלאנגן שטארק אז דער לעצטער סאטמאר רבי די ברך משה מוז קומען צו זייער יערליכער דינער.

אויף דעם אנטווארט משה גבאי אין א 4 בלעטער בריוו אז צו עדווערטייזן אין דער בלאט איז א חוצפה נוראה אין א פגיעה און כבוד פון ברך משה ממילא וועט ער נישט דערלאזן א דער רבי זאל ערשיינען.


















רביצין שול קארט הירינג אפגעשטיפט

היינט 11 אזייגער אינדערפרי האט געזאלט פארקימען א הירינג איבער די היציגע מחלוקה איבער די רביצין שול אין קרית יואל ניו יארק, צו דער ביהמ"ד דארט איז לעגאל און צו אלע זייערע פריפיזארישע לעקטער אין פלאמבינג איז לעגאל. און צו קהל האט לעגאל געמעגט אפהאקן זייער לעקטער און אריינדרינגען אין זייער שטח צו ארויסנעמען זייער פריפיזארישער סוער טאנק.

די לויער פון די רביצין שול האבן פארלאנגט צו אפשטיפן די הירינג ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין צייט צו דורכשטודירן קהל'ס פילע פאפירן, דער דשאדש האט זיי עס נאכגעגעבן אן אפגעשטיפט אויפן קומענדיגן וואך מאנטאג חי' שרה, נאוועמבער דעם 9טן