יום חמישי, 5 בנובמבר 2009

וויכטיגע קלארשטעלונג בנוגע דעם בלאג

אזוי ווי טייל האבן באקומען א פאלשע איינדרוק איבער וואס מיין ציל איז דא שפיר איך פאר חויב צו עס קלארשטעלן

קודם כל וויל איך קלאר שטעלן, מ'זאל מיך גוט צו הערן, דער בלאג איז נישט געצילט צו אויסליפטערן קיין שום גאסיפס אדער שמוץ אויף פריוואטע אידישע מענטשן, דאס איז אזאך וואס אונטערסירט מיך נישט און איך וויל דאס נישט, דער סך הכל וואס איך ציל דא איז צו מאכן א כל בו פון אלע חסידישע פאליטיק נייעס אדער אנדערע חרדישע נייעם וואס איז פובליק און איך דו שמועסן דאס און בהימ"ד אדער מקוה.

די סיבה וואס האט מיר געטריבן צו מאכן דעם בלאג איז פשוט ווייל די אפציעלע צייטונגען ווי דער איד, בלאט, אדער המודיע, איז צו פאליטקעלי קארעקט און מאכן זיך טעמיש, למשל זיי קענען באריעכטן אסיפות און מסיבות וואס קינד און קייט אויפן גאס ווייסט אז עס ליגט אונטער דעם פאליטיק, דאך שרייבט מען מיט קאלארפולע אויסדרוקן ווי געהויבן און שיין ס'געווען, איך פיל ווי איך וויל שרייען "קאט די קרעפ!!" איך ווייס נישט צו סאיז דא איין ליינער וואס ווייסט נישט אז ס'ליגט פאליטיק אונטער דעם.

ווייטער היידפארק וואס שמועסט יא פאליטיק האט עס אבער א גרויסע פראבלעם, אז אלעס איז געשריבן מיט ספינס און סארקאסטיש, אן געפיקעוועט מיט פריוואטע קינדישע קריגערייען צווישן ניקס וואס מ'דארף ממש זיין א עקספיריענס היידפארק ליינער צו ארויסהאבן די טריקענע פאקטן.

ווייטער אידישע וועלט/היימישע קרעטשמע איז יא גאנץ גוט, אבער זיי לאזן נישט רעדן פאליטיק טראץ וואס איך בין בטוח אז אלע שרייבער דארט זענען בייעסד פארטייאישע מענטשן, אויסער די ראמען פון היימישע קרעטשמע זענען זיי אייגעטונקען טיף טיף און אלע חסידשע פאליטיק.

אשר ע"כ האב איך מחליט געווען צו עפענען דעם בלאג וואס וועט בלויז איבערגעבן אלע נייעסער וואס געווענליך דארף מען זיך צו שארן צו א נייגעריגע קופקע און שול עס צו וויסן, וועט דער בלאג עס אויסשמועסן, אבער בלויז טריקענע פאקטן אן קיין ספינס.

איך שרייב דוקא זייער קעזשועל כלשון בני אדם, ווייל איך בין אויסדרוקליך נישט קיין נייעס אגענטור, דאס איז בלויז א פריוואטער בלאג ווי איך זאל מיך קענען אויסגעבען די תשעה קבין, דאס איז דער אפטייטש פון א בלאג, ס'קען אסאך מאל אויסקוקן ווי איך שרייב טראגעדישע נייעסער זייער קאלט, דאס איז נישט ווייל איך בין א קאלטער מענטש, אדרבא אין ביך א סענסיטיווער רחמנות'דיגער מענטש, דאס איז פשוט דער נאטור פון דעם בלאג צו שרייבן בקיצור צו שפארן צייט פון מיר און דיר.

צום שלוס: איך ווייס אז רוב אירע האלטן אז דער בלאג וועט נישט צולאנג אנהאלטן און עס וועט גאר אינגיכן אונטערגיין, אויף דעם האב איך צו זאגן איין זאך "איר זענט גערעכט" איך האלט אויך אז ס'גייט נישט צו לאנג אנהאלטן, אפשר גאר נאר ביז מארגן, איך ווייס נישט ווי לאנג איך וועל האבן נערוון דערצו, דערווייל ענדשויט עס ווילאנג ס'נאך דא!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה