יום שלישי, 10 בנובמבר 2009

קארט פסק איבער רביצין שול

דער דשאדש האט היינט ארויסגעגעבן א קורצע געשריבענע פסק, ווי ער זאגט גאר קורץ אז דער קעיס איז שוין לאנג פארשלאסן (DISPOSED), און ס'שוין לאנג פאריבער די מעגליכקייט פון נאך דן זיין איבער דעם קעיס. דער דשאדש לייגט צו אז ווי נאר ער האט ארויסגעגעבן דעם ארגינעלן פסק און נאכדעם פונעם אפעלאט קארט, איז דער קעיס פארשלאסן געווארן און מ'קען מער גארנישט פארלאנגען.

"זיי (ביידע צדדים) קוקן מיר אויס, צו זיין אונטער פאלשן גלויבן אז דער לאנג פארשלאסענער קעיס וועט אנגיין לעולם ועד אזוי לאנג זיי קריגן זיך צווישן זיך", שרייבט דער דשאדש.

די רביצין מענטשן האבן תובע געווען קהל אז זיי זאלן מוזן צוריק איינשטעלן די לעקטער און סוער, און קהל האט צוריק קאנטער-פארלאנגט אז דער קארט זאל דערקלערן די הויז אלס אן אומלעגאלער שול.

וואס אויף דעם זאגט דער דשאדש אז אויב ווילן די רביצין מענטשן עפעס פון קארט זאלן זיי קודם פאלגן די קלארע אומצווייזייטגער פסק פון די קארטס שוין צו פארשליסן די שול, וואס פונקציונירט קעגן די קלארע פסק פון די קארטס, און צו ביידע צדדים זאגט ער אז אויב זיי ווילן סיי וואס זאל מען עפענען א שפוגעל נייעם קעיס, נישט קיין המשך פון די ארגינעלע פארשלאסענע קעיס.

און ער פירט אויס. "דער קעיס בלייבט פארשלאסן."







4 תגובות:

  1. נעבעך, איך האב רחמנות אויף די אידן, ווי עס קוקט אויס גייען זיי נישט אזוי שנעל צוריקבאקומען זייער לעקטער און סוער, (די סעפטיק טאנקס און געצויגענע לעקטער ווייערס איז נישט קיין תכלית),

    צו צילייגן זאלץ אויף די וואונדן, מאכט דער שופט זיכער צו שרייבן 10 מאל אז דער שול איז אומלעגאל, איך בין נייגעריק וויזוי זיי גייען זיך דא אן עצה געבן, זיי זענען און א מיס פיקל דא,

    חוץ אויב די ארונים, וועלן רחמנות האבן אויף זיי צוריקגעבן די יוטיליטיס און זיי געבן די פערמיטס, איך האלט סוואלט געווען א שיינע זאך פון זיי, ממעג אמאל ווייזן וותרנות.

    השבמחק
  2. פארוואס למשל דארף קהל (פון טעקס-פעיערס מאני) זיך לאזן שפייען אין די קאשע.
    קהל יטב לב האט געבויעט דעם שוהל מיט נכסי ציבור, און זיי האבן יארן לאנג באצאלט געלטערער פון קהלס קאסע. פארוואס זאל נישט קהל דאס ניצען פאר אייגען געברויך? יעצט אז די רעבעצין לעבט מער נישט.
    אזוי קוקט עס אן יעדער מענטש וואס איז נישט פארבלענדעט מיט שנאה ווי די מאנרויע רעבעצין מענטשען

    השבמחק
  3. וואס רחמנות, ווען רחמנות, זיי זאגן דאך אז זיי האבן 250 שולן ווי אהרן האט נישט קיין דריסות הרגל, נו מאי כולה רעש אז ס'וועט זיין נאך איין שול ווייניגער, איבערהויפט אז אינעם זעלבן סקווער בלאק האבן זיי 5 אנדערע שולן. ועל כולם האבן זיי זיך עס אליינס אנגעמאכט קיינער האט זיי נישט געבעטן גיין אין ערכאות פאר מזמין זיין לדי"ת.

    השבמחק
  4. i am amazed and totaly shocked while reading this blog! are you people satmar, hassidic, upper class yidden? it does'nt pos for you, sitting on the internet instead of being occupied with "avodus hakodush" rather, put your feet down, and learn- if you are an aroini learn "divrei yoel", and a satmarer should learn "vayoel moishe" have great luck in your new endeavors!!! hatzlocha raba!!!

    השבמחק