יום שני, 9 בנובמבר 2009

פרישע אנטוויקלונגען איבער רביצין שול, פראטעסט, קארט

די ארונים האבן נעכטן אויפגעהאנגן א NO TRESPASSING סיין ביי די פארקינג לאט פון ביהמ"ד, ווי עס לויטעט אז נאר מעמבערס פון די שול מעג פארקן, ווארשיינליך טוען זיי דאס פאר א מיטל, אז די רביצין שול זאל נישט קענען באקומען די נויטיגע פערמיטס זאלן זיין לעגאל א שול, ווייל זיי האבן נישט קיין פארקינג, (אלע שטחים ארום די רביצין שול באלאנגט פאר די גרויסע ביהמ"ד).


אין קארט איז היינט נישט געווען קיין הירינג איבער די רביצין שול נאר דער דשאדש האט בלויז אנגענומען די ארגומענטן בכתב און ער גייט ארויסגעבן א פסק און די נונטע וואכן, אן קיין ארעל ארגומענטס.

דערווייל איז נאך אלס נישט צוריק איינגעשטעלט די לעקטער אין סוער, ס'לויפט נאך אלס אויף פריפיזארישע ווייערס און די סעפטיק טאנק.

כמעט 24 שעה א טאג דרייען זיך אויפן פארטש פון די רביצין שול מענטשן, ווארשיינליך צו היטן נישט צו טשעפען די פריפיזארישע סעפטיק טאנק און לעקטריק ווייערס.

דער לויער פון די ווילידש האט נאכאמאל געשיקט א בריוו פאר משה טענענבוים, דער אפציעלער שוק-יונג פון די רביצין שול מענטשן וואס פארלאנגט די פערמיט, אז זיי קענען נישט אפראווען קיין פראטעסט אויף ר' אהרנס גאס, ווייל ער האט נישט אויסגעפילט אלע פראגעס אויפן אפליקאציע בויגן, און נאך פילע סיבות, אז דער פלאץ איז נישט געאייגנט פאר אזא זאך, זיי ראטן אן עס צו מאכן אויפן זעלבן פלאץ ווי זיי מאכן אלס זייער סקול דיסטריקט פראטעסטן יעדן תשעה באב, אפאר גאסן אהין ציר.

טענעבוים האט צוריק געשיקט א קאנטער בריוו ווי ער באשולדיגט די ווילעדש פאר דיסקרימינאציע, ווייל אויפן זעלבן גאס ווי ר' אהרן וואוינט איז שוין פילע מאל געווען צאמקומענישן, וכדומה. ער האט רעדוצירט די נומער פון באטייליגער פון 1000 פערזאנען צוו 100-200 פערזאנען. און זיי ווילן עס מאכן פאר קומענדיגן זונטאג.

דער לאקאלער גויאישער צייטונג "טיימס העראלד רעקארד" טוט באריכטן די גאנצע סומאטכע, ווי יוסף וואלדמאן, פון די גאר פריע בני יואל היץ קעפ, איז דער איינציגער וועם זיי קוואטן.








אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה