די טאון אוו מאנרא נעמט אריין אין זיך קרית יואל, הערימאן און ווילעדש אוו מאנרא,
געווענליך זענען די קרית יואלע שטימעס מער ווי האלב פון אלע שטימעס פון די גאנצע טאון.
עס זענען געווען וואלן פאר די פאלגענדע פאזיציעס:
טאון סופערווייזער, דאס איז דער הויפט פיגור פון די טאון רעגירונג אזא גאטונג ווי דער מעיאר.
דער אמטירענדער קאנדידאט סענדי לענארד, א רעפובליקאנער פרוי, איז ווידער ערוויילט געווארן מיט די שטיצע פון אלע פארטייען אין קרית יואל.
טאון קאונסיל-לייט, (עס זענען דא 4), 2 רעפובליקאנער אמטירענדע קאנדידאטן זענען געשטאנען פאר ווידערערוויילונג, דאני וויקס מיט פיטער מארטין, ביידע האבן פארלוירן צו 2 דעמאקראטן טשאלאנדשערס, דשערארד מעקוועיד מיט ריטשערד קעלאון.
דא איז שוין געווען א חילוקי דעות צווישן די 2 פארטייען, די פרא ר"א האבן אינדארסירט צו ווידערערוויילן דאני וויקס, ווידער די אנטי ר"א האבן אינדארסירט קעלאון, (פארן צווייטן קאונסיל זיץ זענען ביידע געווען פאראייניגט אונטער מעקוועיד), למעשה האט דער אנטי ר"א קאנדידאט געווינען מיט קנאפע 300 שטימען, בערך 4% פון אלע שטימעס, נאר א דאנק די שטיצע פון די זאליס ושאר הקהלות.
און קרית יואל גופא האבן די ארונים געהאט בערך 60% פון אלע אפגעגעבענע שטימעס.
וואלן אינסטרוקציעס פון די ארונים

וואלן אינסטרוקציעס פון די זאליס ושאר אנטי ר"א קהלות

דער לאקאלער צייטונג "טיימס העראלד רעקארד" באריכט די דעמאקראטישע געווינס, און געבט די קרעדיט פאר קרית יואל בכלל אן שרייבן א ווארט אדער געבן אנערקענונג איבער א שפאלט אין קרית יואל זעלבסט, פון זייער ארטיקל זעהט זיך אויס כאילו קרית יואל האט נאך אלס איין בלאק וואוט, דהיינו די עסטעבלעשמענט ארונים און א דאנק זייער טויש האבן די אלטעגעזעסענע רעפובליקאנער פארלוירן
http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20091103/NEWS/911039957
that mean the anty aron have power we cant ignore them
השבמחקדי זאליס אין מאנרוא ציען אן געווענליך צווישען 40 אין 45 פראצענט (ביי די הייסע פארמעסטען) אין דאס איז חוץ עטליכע 100 בחורים די געווינס דאס מאל איז געווען אז עם איז די ערשטע מאל וואס זייער קאנדידאט גיעוונט
השבמחקווען די ארונים אין וויליאמסבורג האבן אריינגעברענגט סקוואדראן האבן זיי איבערגעדרייט א וועלט מיט זייער געווינס כאטש פראצענטואל האבן זיי ארויס געברענגט סאך שוואכער ווי די זאליס אין ק"י
השבמחק